DamnLyrics - The center provides all the lyrics

Ani Mamen - Yonason Schwartz



     
Page format: Left Center Right
Direct link:
BB code:
Embed:

Ani Mamen Lyrics


אני מאמין אז אלס וואס ווערט אויף די וועלט געטון
אלעס פירט זיך אזוי
די הבורא יתברך שמו
די באשעפער אין זיינע הנגות
האבן מיר גארנישט קיין השגות
כ'האב אבער א קלארע ידיעה
אז ער פירט אן די גאנצע בריאה
אין די היסטאריע פון גאנץ כלל ישראל
מיט אמונה האט מען געלעבט אלעמאל
דאס איז געוועזן אינזער נצחון
זיך האלטן מיט אמונה און בטחון
אונז זע מיר אריין אין די פלאמען
געזינגען דעם אני מאמין
א איד האט נישט קיין קשיות ער האט נישט קיין שאלות
ער ווייסט אז פון באשעפער איז אלעס!
פזמון: א איד זאגט דרייצן מאל אני מאמין

אפילו איין מאל אויך נישט אני מאבין
ווייל א אידיש קינד דארף נישט פארשטיין ער דארף נאר גלייבן אין באשעפער אליין
אז אלעס וואס די באשעפער טוט
אפילו מ'פארשטייט עס נישט אויף די מינוט
אלעס איז חסדים אלעס איז גוט
מיט אמונה לעבט א יעדע איד
גיי אמאל צו צו א קליין קינד
געב אים א פרעג געשווינד
אינגעלע, קענסט מיר אפשר מסביר זיין
וויאזוי עס פארט אן ערעפלאן
ער וועט דיר ענטפערן אין איין מינוט
פינקטליך וויאזוי א פליגער פליט
ער איז אפילו אויך א מבין
ער קען שוין א פליגער דרייוון
פרעג אבער צו א מענטש א בעל דעת
פון דיין שאלה וועט ער מאכן חוזק שפאס
פירן א פליגער האב איך נישט קיין אנוג
אויפן פליגער דארטן אויבן זיצט א מנהיג
איך קויף מיר א טיקעט און איך פאר
איך פרעג נישט קיין שאלות וואס גייט פאר
און טאמער עס גייט מיר שווער די וועגן
וואס וועט מיר העלפן קשיות פרעגן
פזמון: א איד זאגט דרייצן מאל אני מאמין

Enjoy the lyrics !!!